1/4

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג קרח


היינט קומט פאהר די מעמד סיום מסכת יומא און התחלת מסכת סוכה אין ראם פון 'עמוד יומי דחסידי סקווירא' - אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא בראשות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע וועט אויפטרעטן בדברות קודש.

היינט קומט פאר א עצרת חיזוק והתעוררות, זיך מחזק זיין אין די ענינים וועלכע זענען ליידער פארנעכלעסיגט געווארן אין לויף פון די מגיפה און מתפלל זיין אויפן עתיד אין ליכט פון די שווערע מצב - אין ביהמ"ד הגדול דקיט"ל סאטמאר אויף הופער סטריט אין וויליאמסבורג בראשות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.

מעמד 'דינער השנתי' לטובת  מוסדות וויזניץ-קיימישא – בביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ, קיימישא-לעיק בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-קיימישא שליט"א.

עצרת חיזוק והתעוררות אין ביהמ"ד וויזניץ אין מאנטריאל, ווי צווישן אנדערע וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מונטריאל שליט"א אויפטרעטן מיט דברי חיזוק בקדושת ביהמ"ד.

הגאון רבי ישראל משה אלעווסקי שליט"א ראש מתיבתא דגור קומט היינט אן קיין ניו יארק איבערצונעמען מקום אביו הגה"צ רבי דוד זצ"ל אלס ראש מתיבתא דגור אין בארא פארק, א מעמד קבלת פנים קומט פאר נאך תפילת שחרית אין היכל הישיבה אויף די זעכצענטעוו עוועניו.

מעמד 'סיום מסכת מגילה וחגיגה והתחלת מסכת פסחים' אין ראם פון חבורת 'לבאי באורייתא דחסידי סקאליע', אינאיינעם מיט א יארצייט סעודה פון הרה"ק רבי ברוך מיאמפלי זי"ע - אין ביהמ"ד סקאליע אויף די אכט-און-פערציגסטע גאס אין בארא פארק בראשות כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.


עצרת הספד אויף הגה"צ רבי משה גרין זצ"ל ראש ישיבה דמאנסי, כ"ק אדמו"ר מדברי אמונה-מאנסי זצ"ל און הגה"צ ר' משה יהודה וואזנער זצ"ל - אין ביהמ"ד הגדול קהל ייטב לב סאטמאר אין מאנסי. צווישן אנדערע וועלן אויפטרעטן הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א און הגה"צ אב"ד פאפא מאנסי שליט"א.

כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר שליט"א לאזט זיך היינט ארויס קיין ניו יארק לרגל די שמחת החתונה פון נכדו.

כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון בארא פארק קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בני ברק נאכ'ן פראווענען דעם ערשטן שבת אין ניו יארק נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.


כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) וועט היינט נאך תפלת שחרית ארויפגיין צו מתפלל זיין ביים ציון פון אדמור"י בית סאטמאר זי"ע לרגל די די חתונה פון אן אייניקל דעם מיטוואך.


כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט היינט נאך תפלת שחרית ארויפגיין צו מתפלל זיין ביים ציון פון אביו הרה"ק מטאהש זי"ע לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק השרף מטאהש זי"ע.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א וועט היינט נאך תפלת שחרית ארויפגיין צו מתפלל זיין ביים ציון פון אביו זצ"ל לרגל די די חתונה פון אן אייניקל מארגען מאנטאג.


גדולי ראשי הישיבות אין אין שטאט לעיקוואד האבן היינט פאררופן א 'יום תפילה והתעוררות' וואו נאך יעדע מנין מנחה וועט מען זאגן פרקי תהלים און תפילת יום כיפור קטן אין ליכט פון די שווערע מצב.


אין ליכט פון די פטירה פון הרה"ג ר' אברהם מרדכי שווארץ ז"ל דיין און מרביץ תורה אין קהלת סאטמאר-מהרי"י אין לונדון קומט היינט פאהר אן עצרת הספד אין די ארטיגע ביהמ"ד און עס וועט אויפטרעטן הגה"צ ר' ברוך נתן האלבערשטאם שליט"א רב הקהילה.

ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע פטירה פון הילד מרדכי טווערסקי ע"ה בן הרב יעקב יוסף שליט"א בן הרה"צ ר' מנחם נחום שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א חתן הרב דוד דוב האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר משאץ-וומסב"ג שליט"א – די לויה גייט ארויס 11 אזייגער פארנט פון ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בארא פארק און 1 אזייגער מיטאג פארנט פון וויזניצ'ע ביהמ"ד אין מאנסי וואו ער וועט קומען לקבורה אויפן ארטיגן ביה"ח. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

ברוך דיין האמת: אין וויליאמסבורג איז דעם פרייטאג נתסלק געווארן האי גאון וצדיק חסידא ופרישא, הרה"ג רבי ברוך זאב צוקער זצ"ל ר"מ בישיבת תפארת ירושלים אין איסט סייד אין עלטער פון 90 יאר, 'ר' בנימין הצדיק' ווי מען האט אים גערופן מיט כבוד, איז געווען א צדיק נסתר וועלכע האט באהאלטן זיין צדקות און פרישות אין א שלייער פון פשטות ועניוות זייענדיג עוסק בתורה יומם ולילה בהצנע לכת, די לויה איז ארויס פארנט פון ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא, ווי ער איז געקומען לקבורה אין ארטיגן ביה"ח, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז דעם דאנערשטאג נאכט נסתלק געווארן הגה"צ המשפיע רבי דוד מאיר ווייס זצ"ל בן הגה"צ גאב"ד נוה אחיעזר זצ"ל אין עלטער פון 94 יאר, דער נפטר זצ"ל איז געווען פון די גרויסע משפיעים אין ישיבת בעלזא און איז געווען דער לאנגיעריגע בעל תפילה ימים נוראים קרוב צו א יובל יארן בחצר הקודש בעלזא, שנשמע ונתבשר בשורות טובות.


ברוך דיין האמת: מיט גרויס צער און ווייטאג ווערט אויפגענומען די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע פטירה פון הילד ישעי' גרינוואלד ע"ה אור-אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, בן הרב מרדכי שליט"א בן הגה"צ ר' פנחס חיים שליט"א אב"ד פאפא-מאנסי חתן הגה"צ אב"ד אור מרדכי טשעסנאט-ריזדש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסטראזניץ שליט"א. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

ניחום אבלים: אצו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר מדברי אמונה זצ"ל, זיצן שבעה זיינע קינדער בביתו אין מאנסי. די ברודער כ"ק האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק און תולדות אהרן שליט"א וועלן זיצן בביתם, כ"ק אדמו"ר ממבקשי אמונה שליט"א וועט היינט זיצן אינאיינעם מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, מארגן מאנטאג וועלן אלע ברודער זיצן אינאיינעם אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א.

שמחת הברית פון א אייניקל ביי כ"קאדמו"ר מתולדות צבי ספינקאשליט"א, בן הבכור ביים יונגסטן קינד הרב שמואל צבי הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ ר' מנחם נחום קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אהרן בית שמש בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א חתן הגה"צ ר' משה קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אהרן – אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים.


שמחת החתונה פון אייניקלעך פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע החתן אן אייניקל פון הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א בן לחתנו הרה"ג רבי אלישע רובין שליט"א בן הגה"צ רבי לייבוש מציעשנוב שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג רבי פייבוש טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד זענטא שליט"א חתן הגה"צ רבי ירמי' טייטלבוים שליט"א מאוהעל, די שמחה קומט פאר אין בנין בית רחל אין וויליאמסבורג. 


שמחת החתן מאהל פון א אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, החתן בן הרה"ג ר' מאיר יוסף רובין שליט"א דומ"ץ ראחמיסטריווקא בן כ"ק אדמו"ר מסוליצא-פאראקאוועי שליט"א חתן הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-מאנסי שליט"א בת לבנו הרה"ג ר' דוד דוב האגער שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר משאץ וומס"ב שליט"א – אין ראחמיסטריווקא ביהמ"ד אין בארא פארק.

שמחת החתונה פון החתן בן הרב יעקב ברוך אייגער שליט"א בן הגה"צ ר' עזריאל מאיר שליט"א מלובלין חתן כ"ק אדמו"ר מקאזלוב זצ"ל, מיט די כלה בת הגה"צ אבד"ק וואלקאן שליט"א - אין זאל ויואל משה אין וומסב"ג.


שמחת הבר מצוה פון הבחור בן הרב יוסף פאנעט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדעעש ב"פ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מטשערקאס שליט"א –אין ביהמ"ד טשערקאס אין מאנסי.


שמחת הבר מצוה פון הבחור בן הרב נפתלי מנחם ווייס שליט"א רב ביהמ"ד ספינקא אין ירושלים אייניקל פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק בעל שיח יעקב יוסף מספינקא זצ"ל - אין זאל פון סעמינאר ויזניץ אין ירושלים.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלסבורג שליט"א בן לבנו הרב מענדל הערש כהנא שליט"א חתן הגאון הגדול ר' געציל בערקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית יואל, מיט די כלה אייניקל ביי הגה"צ ר' אברהם האלבערשטאם שליט"א ראה"כ טארטיקוב בת לבנו הרב חיים מרדכי האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ ר' שלום וואגשאל שליט"א אב"ד לאנצהוט-וומסב"ג. עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון חתן בן הרבני הנגיד ר' יצחק שלמה ראזענבערג שליט"א פון בארא פארק, מיט די כלה בת הגה"צ ר' אליהו שארר שליט"א ראש ישיבת שער המלך בן הגה"צ ר' ישראל שמחה שארר שליט"א ראש ישיבת אור שמח וחתן הגה"צ ר' לייבל וויליגער שליט"א ר"ם במתיבתא תורה ודעת. עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' מאיר שנעעבאלג שליט"א אב"ד האניפאלי חתן כ"ק אדמו"ר מראצפערט בראזיל זצ"ל, מיט די כלה בת הגה"צ ר' שמואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' אלחנן חיים טייטלבוים זצ"ל מאוהעל. עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון או אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא זצ"ל, אייניקל ביי זיין איידעם הגה"צ ר' יחיאל וואגשאהל שליט"א אב"ד תפארת משה, החתן בן לחתנו הרב אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א בן הגה"צ ר' נפתלי פינחס ענגלענדער שליט"א דומ"ץ פשעווארסק לאנדאן, מיט די כלה בת הרב יואל טויב שליט"א בן הגה"צ ר' ישראל שלום טויב שליט"א אבד"ק באלטימאר חתן הגה"צ ר' משה אלי' היימליך שליט"א מוועגשאד. עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב יהושע העשיל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' חיים אלישע טייטלבוים זצ"ל אב"ד בריגל וחתן הגה"צ ר' מאיר יצחק שמילאוויטש שליט"א אב"ד רחובות הנהר, מיט די כלה בת הרב טובי' יוסף שטערן שליט"א בן הגה"צ ר' משה שמואל שטערן שליט"א אב"ד סטריקוב חתן הגה"צ אבד"ק סאדאוונא שליט"א. עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב יעקב יחזקי' האגער שליט"א ר"מ בישיבת וויזניץ בראכפעלד בן הגה"צ ר' אברהם אביש האגער שליט"א ראה"כ פאפא ירושלים וחתן הגה"צ ר' אברהם יעקב איצקאוויטש שליט"א רב דקהל שבט הלוי אין ירושלים, מיט די כלה בת הרב מיכאל העלער שליט"א ראש ישיבת עץ חיים ד'באבוב בארה"ק חתן הגה"צ ר' מאיר האלפערט שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר בעל אמרי מנחם מאלכסנדר זצ"ל. עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב אברהם ענגלארד שליט"א בן הגה"צ אבד"ק דאברא זצ"ל חתן הגה"צ ר' אהרן שפירא שליט"א רב פרדס כץ בני ברק, מיט די כלה בת הרב אלימלך ניישלאס שליט"א  פון ביתר בן הגה"צ ר' ירמי' ניישלאס שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ב"ב וחתן כ"ק אדמו"ר מנדבורנא אראד זצ"ל.