1/4

דאקטער בענדער אין שיכון סקווירא‎

דער הויעכראנגיגע דאקטער 'דזעף בענדער' פון מאונט-סיני שפיטאהל אין מאנהעטן איז נעכטן געקומען אויף א באזוך צו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו דער דאקטער האט זיך באדאנקט פאר'ן רבי'ן אויף די פילע לייסטונגען לטובת חולי ישראל וואס ווערן אנגעפירט דורך 'רפואה העלט-סענטער' פון שיכון סקווירא. דאקטער בענדער - וועלכע איז געשטאנען אין שפיץ פון א גרופע עסקנים וואס האבן געארבעט איינצופירן די 'אנטיבאדי פלאזמא טרענזפיושין' אויף די פאציענטן פון די מאונט-סיני שפיטאל - האט זיך באדאנקט פאר'ן רבי'ן אויף די 'אנטיבאדי בלוט-דרייוו' וואס איז אדורכגעפירט געווארן דורך 'רפואה העלט-סענטער' און האט באוויזן אפצוראטעווען הונדערטע פאציענטן אין די מאונט-סיני שפיטאל וואס זענען באטראפן געווארן פון די וויירוס.