1/4

אבל כבד בסלאנים‎

הגה"צ ר' יוסף וויינבערג זצ"ל ר"י סלאנים - למנוחות מיט גרויס צער איז אויפגענומען געווארן די ביטערע בשורה איבער די פריצייטיגע הסתלקות פון הגה"צ ר' חיים יוסף דוד וויינבערג זצ"ל ראש ישיבת באר אברהם סלאנים אין בני ברק אין עלטער פון 65 יאהר נאכ'ן נישט זיין געזונט אין די לעצטערע יארן. דער ראש ישיבה זצ"ל איז געווען דער לאנג-יעריגע חברותא ואיש אמונו פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א ומפארי חסידי סלאנים. רבי יוסל ע"ה - ווי מ'האט אים גערופן אין סלאנים בלשון חיבה – איז געבוירן אין בעלגיע און האט געלערנט אין זיינע בחורישע יארן אין ישיבה ד'געיטסהיד און דערנאך אין ישיבת פאנאוויטש און איז געווען אן איידעם בזווג ראשון ביי הרב עקיבא בערקאוויטש ע"ה פון לונדון. מיט פופצן יאהר צוריק איז זיין ערשטע רעביצין ע"ה נפטר געווארן און מיט פינף יאהר צוריק האט ער חתונה געהאט בזווג שני מיט הרבנית תליט"א בת הגה"צ רבי משה וואלפסאן שליט"א רב ד'קהל אמונת ישראל, אלמנת הרה"ח ר' עקיבא מאשינסקי זצ"ל. דער ראש ישיבה זצ"ל וועלכע איז א סלאנימ'ע אייניקל האט זיך אויך משדך געווען מיט נכד כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. די מסע הלויה איז ארויס אין שיכון סקווירא פארנט פון ביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און דעם קומענדיגן פרייטאג פארנט פון ביהמ"ד הגדול סלאנים אין די עזרת תורה געגענט אין ירושלים. הרה"ג ר' אברהם מיכל רובין שליט"א דומ"ץ סלאנים האט איבערגעגעבן הוראת הקודש בפקודת כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א, אז אלע תלמידי הישיבה, סיי די וואס לערנען יעצט אין ישיבה און אויך די בוגרי הישיבה וועלכע האבן אמאל געלערנט ביים ראש ישיבה, זענען מחיוב זיך צו רייסן קריעה כדין תלמיד על רבו מובהק כנפסק בשולחן ערוך. אויך האט דער רבי שליט"א געהייסן אז בשעת די לויה זאל מען אראפנעמען די פרוכת פון ארון קודש אין היכל הישיבה אין אלעד און די בחורים וואס לערנען יעצט אין ישיבה זאלן זיצן שבעה איין שעה פון טאג.