1/4
  • RDN online

הגה"צ אב"ד וויזניץ-אשדוד שליט"א - הרב יצחק ישעי' האגער שליט"א


פארלאפענעם דארנעשטאג האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אויפגענומען בנו הרה"צ ר' יצחק ישעי' שליט"א אלס 'אב"ד קהלת וויזניץ' אין שטאט אשדוד. פארלאפענעם דארנעשטאג האט דער רבי שליטא אפגעשטאט א באזוך אין שטאט אשדוד אויפצונעמען קהל חסידיו לקראת די ימים נוראים. נאך תפלת מנחה האט דער רבי שליט"א אויפגעטראטן בדברות קודש פאר די בחורי הישיבה זאגענדיג: "טייערע בחורים. איך טוה אויפנעמען מיין זון הרה"ג ר' יצחק ישעי' שליט"א אז ער זאל שטיין אין שפיץ פון די רוחניות'דיגע חלק פון די קהלה. ער איז א יונגערמאן וואס איז ראוי לאותו איצטלא, און די זכות אבות וועט אודאי מגין זיין אז ער זאל האבן גרויס הצלחה בכל מעשי ידיו". דערנאך האט הרה"צ ר' יצחק ישעי' שליט"א אויפגעטראטן מיט זיין ערשטע דרשה במעמד אביו שליט"א און האט פארשפראכן צו שטיין אין פארבינדונג מיט יעדן בחור באזונדער און ארויסהעלפן מיט וואס מען דארף. לויט די יעצטיגע פלענער, וועט הרה,צ ר' יצחק ישעי' שליט"א זיך נאכנישט אריבערציען קיין אשדוד, אבער וועט אנקומען אין שטאט אין יעדע געלעגנהייט און פירן שבתים און ימים טובים בקרב בני קהלתו. אזוי אויך ווערט געמאלדן אז אין די נאנטע טעג וועט דער רבי שליט"א מכתיר זיין בנו הגה"צ ר' יעקב מרדכי שליט"א אלס 'רב הקהלה' אין שטאט 'אלעד'. הרה"צ אב"ד וויזניץ-אלעד שליט"א איז געבוירן יא' טבת תשל"ו צו זיין פאטער מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט אין יענע יארן געדינט אלס 'אב"ד קרית ויזניץ'. אין זיינע קינדער יארן האט ער געהאט די זכיה צו ווערן אויפגעצויגן על ברכי זקינו הרה"ק מטשערנאביל זי"ע וועלכע האט אים ארויסגעוויזן א חיבה יתירה. אין זיינע יונגע יארן האט ער געלערנט אין די וויזניצ'ע מוסדות, און שפעטער אין 'די זיסע יארן' איז ער געגאנגען לערנען אין די בעלזא ישיבה. בהגיעו לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט הרבנית תליט,א בת האדמו"ר רבי בעריש מדעעש זצ"ל. אין די שווערע יארן וואס זיין פאטער דער רבי שליט"א איז אדורכגעגאנגען, איז ר' יצחק ישעי' געווען א מוסטער מיט זיין געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט צו זיין פאטער און איז אים געשטאנען צו די רעכטע האנט אין יענע זיסע יארן. ווען זיין פאטער דער רבי שליט"א איז צוריקגעקומען קיין שיכון וויזניץ, איז ר' יצחק ישעי' שליט"א געווארן א ציאונגס-קראפט פאר פילע יודן וועלכע האבן אים אנגעפרעגט עצות והדרכות. דער נייע רב שליט"א טראגט מיט זיך א זעלטענע פשטות און צוגעלאזענקייט און ערלויבט נישט אז מען זאל מאכן פון אים בילדער. אין צוגאב איז ער באקאנט אלס א בקי בספרי חסידות און געוואלדיגע ידען און חקרן בתולדות הצדיקים און זייערע יוחוס. אין די לעצטערע יארן האט ר' יצחק ישעי' שליט"א אסאך געארבעט ארויסצוהעלפן די יתומים פון די קהלה און ווערט אנגערופן דורך אנדערע 'אביהם של יתומים'. אויך יתומים פון אנדערע חסידות קומען עסן ביים נייעם רב שליט"א נאכטמאל און סעודות שבת ויו"ט. עס איז ברייט באקאנט אז אלעס וואס איז פארבינדען מיט אלמנות און יתומים קען מען זיך ווענדן צו ר' יצחק ישעי' שליט"א וועלכע טוט זיך אוועקגעבן מיט די גאנצע הארץ און כח לטובת די יתומים. יעצט האט אים זיין פאטער דער רבי שליט"א אויפגענומען צו שטיין אין שפיץ פון די בתי מדרשים און מוסדות התורה דחסידי ויזניץ אין אשדוד להגדיל תורה ולהרמת קרן החסידות. למען יאריך ימים על ממלכתו.