1/4
  • RDN online

ראש השנה שלי: הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א מיט היסטארישע ווענדונג‎

ראש השנה שלי אין ליכט וואס די אוקראינישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן איהר באשלוס נישט אריינצולאזן חסידי ברסלב אין שטאט אומאן אויף ראש השנה, האט הרה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א אפגעשריבן א ספעציעלע 'מכתב קודש' וואו ער בעהט זיך בתחנונים ביי די פרעזידענט פון אוקריינא אז ער זאל ערלויבן דאס אריינקומען אידן קיין אומאן אויף ראש השנה. אינעם בריוו שרייבט הרה"צ שליט"א, זענען חסידי ברסלב געווען גרייט אלע יארן אנצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה אפילו במסירת נפש, און זענען געווען גרייט אלעס אוועקצוגעבן כדי אנצוקומען קיין אומאן. ער ברענגט ארויס אז דאס אליינס אז ברסלב'ע חסידים זענען גרייט ארויסצוןפארן אפילו אין די יעצטיגע שווערע תקופה קיין אומאן, וויזט דאס ארויס די געואלדיגע געגועים און השתוקקות וואס עס איז פארהאן צו אט דעם הייליגן מקום און דערביער איז גאר וויכטיג צו ערלויבן דאס אריינקומען אין לאנד אויף ראש השנה.