1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך ראה


שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א בן לחתנו הרב חיים יהושע שארר שליט"א בן הגה"צ ר' ישראל שמחה שארר שליט"א ראש ישיבת אור שמח מאנסי – אויף א פריוואטע פארנעם אין מעלה החמשה האטעל.

די לעצטע שבע ברכות בשמחת בית בעלזא – מאקאווא – מעליץ – דעעש: אין היכל 'גרויסע שטוב' אין קרית בעלזא, ירושלים.

שמחת החתונה פון החתן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א בן לחתנו הרב ישראל שטראהלי שליט"א בן הרבני הנגיד ר' משה שטראהלי שליט"א ראה"ק וויזניץ אנטווערפן, מיט די כלה בת הרה"ג ר' הערשיל כהנא שליט"א דומ"ץ וויזניץ לעיקוואד חתן הרבני הנגיד ר' יודא יואל ראזענפעלד שליט"א פון מאנסי –אין אטריום זאל אין מאנסי.

שמחת החתונה פון בן הרב ישראל יעקב האלפערט שליט"א בן הגה"צ ר' מאיר האלפערט שליט"א מאלכסנדר חתן הרה"ח ר' פנחס נפתלי ענגלענדער שליט"א בן הרבני הנגיד ר' אלי'ש ענגלענדער שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ ר' מנחם מענדיל טווערסקי שליט"א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מלויעוו טשערנאביל זצ"ל - אין זאל היכלי הפאר אין בני ברק.

שמחת החתונה פון החתן בן הרב חיים אלי' צוויבל שליט"א, מיט די כלה בת הרב יוסף קדיש ראבינאוויטש שליט"א בן הגה"צ ר' יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א אדמו"ר מזעליחוב חתן הגה"צ ר' אברהם מענדלאוויטש שליט"א אבד"ק לאדאני - אין זאל כינור דוד אין קרית יואל.


שמחת בית ראחמסטריווקא - בית אהרן: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן און כלה אור-אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א החתן בן הרה"צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א אב"ד תפלה למשה בן הגה"צ אבד"ק בית אהרן שליט"א חתן הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, מיט הכלה בת הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בן הרה"צ ר' מרדכי זצ"ל חתן הגה"צ אב"ד ראחמיסטריווקא-מאנסי שליט"א.

שמחת בית ויזניץ - אמשינאוו: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א החתן בן לחתנו הרה"צ ר' מנחם מענדל האגער שליט"א בן הגה"צ אב"ד סערט-וויזניץ-ירושלים שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג ר' אברהם שלום מארילוס שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מאמשינוב זצ"ל פון ב"פ.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-לונדון שליט"א קומט היינט אן אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק, צו באשיינען די שמחת החתונה פון א אייניקל ביים רבינ'ס בעל אכסניא הנגיד החסיד ר' משה שטראהלי שליט"א פון אנטווערפן. אויף שב"ק וועט דער רבי שליט"א וויילן אין טשעסנאט רידזש בצל חותנו כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש.


לרגל די יארצייט פון כ"ק אדמו"ר ר' יעקב דוד מפאשקאן זצ"ל וועט נכדו כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א אפרעכטן א מסיבת לחיים בבית מדרשו אין בני ברק.

מעמד הקמת המציבה על קברו פון הגה"צ ר' יצחק טוביה רובין זצ"ל מציעשנוב – אויפן ביה"ח אין ניו דזורסי.

כ"ק אדמו"ר מספינקא-18 שליט"א איז אנגעקומען צוגאסט קיין ארה"ק.