1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך כי תצא


שמחת בית וויזניץ מאנסי - ביקסאד - קאסאני: שמחת החתונה פון החתן א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, א זון ביי בנו בן הגה"צ ר' משה האגער שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי, חתן כ"ק אדמו"ר מביקסאד שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א אבד"ק אוסטילא אין עירמאונט, בן הגה"צ ר' אברהם דוב טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, וחתן כ"ק אדמו"ר מקאסאני שליט"א - אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.

שמחת בית לעלוב: שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ רבי מתתיהו טווערסקי שליט"א אב"ד ראחמסטריווקא ביתר, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א בת לבנו הרה"צ רבי יואל זושא בידערמאן שליט"א חתן הגה"צ אב"ד מאקאווא אלעד זצ"ל, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול לעלוב בבית שמש.

שמחת החתונה פון החתן בן הגה"צ ר' אשר חיים שטערנבוך שליט"א רב דביהמ"ד אהל יעקב ומו"ץ בד"ץ מחזיקי הדת אנטווערפן בן הגה"צ ר' אליהו שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן חתן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו קאלושין סידערהויסט שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ ר' פנחס ווייס שליט"א אב"ד טשערנאביל מאנטשעסטער בן הנגיד החסיד ר' בעריש ווייס שליט"א ראה"ק דקהל יטב לב ד'סאטמאר אין מאנטשעסטער, בנו יחידו פון הגה"ק בעל מנחת יצחק זצ"ל וחתן כ"ק אדמו"ר מהארנסטייפל מילוואקי שליט"א - עס קומט פאר אין שטאט מאנטשעסטער.

שמחת בית ראזלא:  שמחת התנאים פון החתן בן הרה"ג רבי יהודה טרייטל בראנסדורפר שליט"א בן הגה"צ בעל קנה בושם זצ"ל וחתן הגה"צ רבי דוד שווימער דומ"ץ ויזניץ בית שמש, מיט הכלה בת הרה"ג ר' בנימין מונדרר שליט"א בן אדמו"ר הגה"צ רבי פנחס יוסף מונדרר שליט"א מקאסוב ירושלים שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מראזלא שליט"א חתן הגה"צ רבי אהרן מרדכי רוטנער שליט"א אין זופניק זאל אין ירושלים.

שמחת החתונה פון נכד כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א חתן הרה"ק מצאנז קלויזענבורג זי"ע בן לחתנו הרה"ג רבי טוביה ליברמן שליט"א ראה"כ מחנובקא בעלזא-ביתר בן הגה"צ רבי יהושע ליברמאן שליט"א ראב"ד היכל המשפט בן הגה"צ רבי יוסף ליברמן שליט"א ר"י שומרי החומות ורב ביהמ"ד סאדיגורא בירושלים, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר מספינקא אנטווערפן שליט"א בת לבנו הרה"צ רבי שמואל שמעלקא כהנא שליט"א, די שמחה קומט פאר אין האלאנד, אמסטערדאם.

די זיידע כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א איז אנגעקומען קיין האלאנד זיך צו באטייליגן ביי די שמחה.

שמחת החתונה פון נכד הגאון רבי שמואל אליעזר שטרן שליט"א רב מערב ב"ב בן לבנו הרה"ג ר' חיים שטרן שליט"א חתן הגה"צ רבי ירמי' ניישלאס שליט"א אב"ד סארדעהלי ב"ב, מיט הכלה בת הרה"ג ר' שמואל נטע זלמנוביץ שליט"א בן הגה"צ רבי אלי' זצ"ל מגארליץ וחתן הרה"ג ר' דוד יודא הרשקוביץ שליט"א בן הגה"צ רבי אפרים פישל הערשקאוויטש זצ"ל אב"ד האליין ודומ"ץ צאנז קלויזענבורג וחתן הגה"צ רבי אליהו שמערלער זצ"ל ר"י צאנז, די שמחה קומט פאר אין די זאל פון היכל רוזנברג אין קרית צאנז נתניה.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב משה ברוך זילבער שליט"א, זון פון הגה"צ גאב"ד פריימאן שליט"א וראב"ד התאחדות הרבנים, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משעניצא זצ"ל, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב יעקב הערש טייטלבוים שליט"א פון לעיקוואד, זון פון הגה"צ ר' מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' יעקב יודא פאללאק זצ"ל מדובענקא

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וועט היינט באזוכן אין היכל ישיבה קטנה און ישיבה גדולה אין בני ברק, און אויפטרעטן בדברי חיזוק פאר די בחורים.


כ"ק אדמו"ר מסערט ויזניץ שליט"א קומט היינט אן קיין בני ברק אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים.


ניחום אבלים: צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר משאץ מאנטריאל זצ"ל זיצן די קינדער הרבנים הגאונים שליט"א אין זיין שטוב אין מאנטריאל און אויך אין וומסב"ג, ביז ערב שב"ק.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע, נכדו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא אין ביהמ"ד הגדול ד'קהל יטב לב ד'סאטמאר אין מאנסי.