1/4
  • RDN online

פתחו שערים

מיט גרויס פרייד האט דאס יהדות החרדית אין ניו יורק אויפגענומען די גינסטיגע נייעס, אז דער גאווענער פון ניו יורק, גאווענער קאומא האט דעם פארלאפענעם פרייטאג ענדגילטיג באשטעטיגט אז מוסדות התורה והחינוך און ישיבות הקדושות איבער גרעיטער ניו יורק, וועלן זיך צוריק קענען עפענען לעגאל אויף דעם קומענדיגן שנת הלימודים חודש אלול הבעלל"ט. דאס קומט נאך לענגערע חדשים וואס מוסדות התורה זענען געווען גענצליך פארלאסן צוליב די עפעדעמיע און אויך נאכדעם וואס מ'האט צוריק געעפענט איז דאס בלויז געווען אונטער 'דעי-קעיר' פראגראמען אדער אומלעגאל. פרייטאג האט דער גאווערנאר געמאלדן אז נאכן נאכקוקן די דאטא זעהט מען אז גאנץ ניו יארק איז נאכגעקומען די פון פאראויס באשטימטע לעוועלס צו קענען עפענען די שולעס צום נייעם יאר. דער גאווערנאר זאגט אז אויב איז דא איין סטעיט אין אמעריקע ווי מען קען זיכערערהייט עפענען די שולעס איז עס דאהי אין ניו יארק ווי דער מצב איז ב"ה פיל בעסער געווארן און עס קומען נישט צו כמעט קיינע פרישע קאראנע פעלער. אלע סקול דיסטריקטס וועלן דארפן איינגעבן א פונקטליכן פלאן וויאזוי זיי וועלן אפערירן - צי מיט מאסקעס צי דורך סאשעל דיסטענסינג וכדו' - אבער די קלאסן וועלן פארקומען געהעריג מיט פיזישע קלאס צימערן און לערער. דער גאווערנאר זאגט אז קיינער 'מוז' נישט שיקן די קינדער אין שולע אויב פילט מען נישט גענוג זיכער, כאטש עס איז נישט קלאר בנוגע די לערער וואס זיי וועלן טון. דעם גאווערנאר'ס רעדע איבער נעמען שטרענגע מאסנאמען צו קענען עפענען האט זיך באצויגן איבער פובליק שולע'ס, און עס איז אויפן מאמענט נישט קלאר צי פריוואטע שולע'ס, וואס נעמט אריין מוסדות התורה און מיידל שולעס, וועלן דארפן אננעמען ספעציעלע מאסנאמען כדי צו קענען נאכקומען די פולע לעגאלע פארשריפטן.