1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט דאנערשטאג שופטים



שמחת החתונה פונעם חתן א זון ביי הרב אהרן יעקב כהנא שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אלימלך כהנא זצ"ל מספינקא, און איידעם ביי הגה"צ ר' יחיאל וואגשאהל שליט"א אבד"ק תפארת משה לאנצוהט,  איידעם ביי כ"ק אדמו"ר הרה"ק מספינקא זי"ע, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב מאיר מרגליות שליט"א, זון פון הגה"צ ר' אלכסנדר אשר מרגליות שליט"א דומ"ץ אהל משה ווינא, און איידעם ביי הגה"צ ר' מרדכי באב"ד שליט"א ראב"ד מכון להוראה. - די שמחת החתונה קומט פאר אין זאל עטרת חי' שרה אין מאנסי.

היינט קומט פאהר די 'מעמד קרואי מועד' פאר עסקני חצר הקודש וויזשניץ, אין בעפארברייטונג צו א מעכטיגע קאמפיין צו שאפן פינף מיליאן דאללער, צו דעקן די הוצאות פון דאס אפקויפן דעם ריזן קאמפלעקס פאר די ישיבה גדולה ד'וויזשניץ-מאנסי אין שטאט נייעק - עס קומט פאהר אין בנין הישיבה אין נייעק בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי.

כ"ק אדמו"ר מאונגוואר שליט"א קערט זיך היינט צוריק למעון קדשו אין בארא פארק, נאכ'ן זיך אויפהאלטן די לעצטערע וואכן אין ארה"ק אויף אפרוה.

כ"ק אדמו"ר מראזלא שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטע טעג אין ניו יורק לכבוד די חתונה פון א קינד, קערט זיך היינט צוריק למעונו אין ביתר.

כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת ראש חודש אין די נאכמיטאג שעות בבית מדרשו אין בארא פארק.

כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט היינט נאכמיטאג אפרעכטן די ראש חודש טיש, אינאיינעם מיט די יארצייט טיש לרגל די הילולא קדישא פונעם זיידן הרה"ק ר' מרדכי מדעמעטשער זי"ע, פאטער פון הרה"ק מטאהש זי"ע.

ברוך דיין אמת: אין בארא פארק איז נפטר געווארן הרבנית מלכה דבורה וואלפסאן ע"ה אשת חבר יבדלחט"א הגה"צ ר' משה וואלפסאן שליט"א משגיח ישיבת תורה ודעת ורב דקהל אמונת ישראל. טאכטער פון הרה"ח ר' אליעזר שפיצער ז"ל פון ווינא וועלכע האט אויפגעשטעלט קהלת וויען נאכן קריג און האט געברענגט הגאון האדיר רבי יונתן שטייף זצ"ל צו דינען אלס רב הקהלה. די לויה איז ארויס צען אזייגער צופרי פארנט פון ביהמ"ד אמונת ישראל אין בארא פארק אויפן וועג קיין ארה"ק, ווי די לויה וועט ארויסגיין מארגען צוועלף אזייגער מיטאג פון אלטן בית החיים אין שטאט טבריה. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' ישראל מבאיאן-לייפציג זצ"ל - כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אויפן אלטן ביה"ח אין עיה"ק צפת און דערנאך פראווענען א יארצייט טיש אין די רוזינער קלויז אין שטאט.