1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג נצבים-וילך


שמחת התנאים פון החתן בן הגה"צ רבי יונה וויינבערג שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקארלין לעלוב זצ"ל, מיט הכלה בת הגה"צ רבי אליעזר צבי טויב שליט"א אב"ד קאלוב ביתר בן כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש וחתן כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד קאלוב אין ביתר.


שמחת הבר מצוה פון הבחור בן הרב יחזקאל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אב"ד אוהעל שליט"א חתן הגה"צ גאב"ד וואלאווע שליט"א, די  שמחה קומט פאר אין די זאל'ן פון ת"ת סקווירא אין בארא פארק.


פשעווארסק - גאמזו - זלאטשוב: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א בן לבנו הרה"ג רבי אלתר יהושע העשיל לייזער שליט"א אב"ד בית יעקב פשעווארסק וומס"ב חתן הגה"צ רבי נתן דוד ראזענבערגער שליט"א אב"ד גאמזו, מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מזלאטשוב שליט"א פון וויליאמסבורג.

פאלטישען - קרעטשניף מאנסי: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן אן אייניקל פון הגה"צ אב"ד שארית ישראל פאלטישען שליט"א בן לחתנו הרב יוסף שטיינמעץ שליט"א, מיט הכלה בת הרב דוד יוסף מייזליש שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף מאנסי שליט"א.

ביאלא ב"פ - נדבורנא אראד בי"ש: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מביאלא ב"פ שליט"א, מיט הכלה בת כ"ק אדמו"ר מנדבורנה אראד בי"ש שליט"א.

סאטמאר מאנסי - קערעסטיר בערבעשט: עס איז געשלאסן גווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ רבי אברהם הערש וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי, מיט הכלה בת הרה"ג רבי חנני' יו"ט ליפא גרויס שליט"א מקערעסטיר בערבעשט.

בויאם: דעס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג רבי אפרים שווארץ שליט"א בן הגה"צ אב"ד בויאם שליט"א חתן הרה"ג רבי אהרן דוד עסטרייכער שליט"א, מיט הכלה בת הרה"ג רבי נתן נטע פריעדמאן שליט"א ראה"כ באבוב-45 חתן הגה"צ רבי ברוך חנה גרינפעלד שליט"א חבר ביד"צ כדתיא לאנדאן.

היינט קומט פאר א מעמד הכנסת ספר תורה צו ביהמ"ד גדולת מרדכי זוועהיל מאנסי אריינגעגעבן דורך כ"ק אדמו"ר מזוועהיל מאנסי שליט"א.

היינט קומט די מעמד סיום מסכת במסגרת מאמר מרדכי וויזניץ אינאיינעם מיט די צענטראלער שבע ברכות בבית וויזניץ ב"פ, די מעמד קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין בארא פארק.

מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צום ביהמ"ד כליל תפארת סקולען אין בארא פארק לז"נ הרה"ק מסקולען זצ"ל, די סעודה לגומרה של תורה וועט פארקומען אין די זאלן פון פרדס זמר.

כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א קומט היינט אן קיין ביתר אויפצונעמען קהל חסידיו לקראת די ימים נוראים, דערנאך וועט דער רבי שליט"א אנקומען צו די וויזניצ'ע ישיבה אין הר נוף ווי עס וועט פארקומען א מעמד כבוד התורה. פון דארט וועט דער רבי שליט"א אנקומען קיין ירושלים אויפצונעמען דעם ציבור אין ביהמ"ד אויף רחוב נחמיה.


מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעפירט צו ישיבת מבצר התורה קרעטשניף אין אלעד און דערנאך וועט פארקומען די סעודה לגומרה של תורה אינאיינעם מיט א מעמד כבוד התורה סיום מס' בבא קמא.


כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א וועט היינט נאכמיטאג אנקומען צום הר המנוחות אין ירושלים, צו פוקד זיין דעם ציון הק' פון כ"ק אדמו"ר מסטריקוב זצ"ל לרגל די יארצייט וואס איז אויסגעפאלן דעם שב"ק, שפעטער וועט דער רבי שליט"א פראווענען א מסיבת לחיים אין בית המדרש זכרון מנחם סטריקוב אין ירושלים, און אויפטרעטן מיט די שמועס הכנה לקראת די הייליגע טעג.

היינט קומט פאר די סיום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צום גרויסן ביהמ"ד דקהל שערי ציון ד'באבוב קומענדיגן שב"ק, לזכותו פון הגה"צ ר' משה צבי זאבערמאן שליט"א מגיד שיעור אין בית המדרש, די סיום כתיבת אותיות קומט פאר אין שטוב פון הרה"ח ר' מיכל גרינפעלד שליט"א אין בארא פארק.