1/4
  • RDN online

עמוד על ימיני וסמכני

הרה"צ ר' יעקב יוסף האגער שליט"א בנו בכורו פון כ"ק אדמו"ר מוויזשניץ-מאנסי שליט,א וחתן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט זיך אין די יעצטיגע טעג אריבערגעצויגן פון 'שיכון סקווירא' קיין מאנסי לעמוד לימין אביו בהנהלת הקהלה והמוסדות. אין לויף פון די לעצטע דרייסיג יאר זינט נאך די חתונה, האט הרה"צ ר' יעקב יוסף שליט"א געוואוינט אין שיכון סקווירא נעבן זיין גרויסן שווער שליט"א און יעצט איז געקומען די ריכטיגע מינוט וואס ער טוט פארלאזן דעם הייליגן שטעטל און טוט זיך באזעצן אין שיכון וויזשניץ אין מאנסי לעמוד לשרת בקודש לימין אביו הגדול בעול הנהגת הקהלה והמוסדות. לויט ווי די מקורבים געבן איבער, וועט דער רבי שליט"א אין די נאנטע צוקונמפט אויפנעמען זיין עלטסטן זון אלס 'אב"ד וויזשניץ-מאנסי', אבער דאס וועט נאך געדויערן א שטיק צייט והנה ימים באים.