- RDN online
צעיר האדמורי"ם ביים זקן הרבנים
כ"ק אדמו"ר הינוקא מסאדיגורא שליט"א וועלכע האלט זיך אויף אין די יעצטיגע טעג אין אנטווערפן בקרב בני משפחתו איידער'ן זיך גענצליך אריבערציען קיין בני ברק, האט היינט אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און נאכ'ן באזוך איז דער רבי שליט"א געבליבן פארשפארט פאר קרוב צו א האלבע שעה. אזוי אויך האט דער רבי שליט"א באזוכט ביי זקן רבני איירופא הגה"צ ר' דוד משה ליבערמאן שליט"א גאב"ד שומרי הדת אנטווערפן ווי עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס.

