1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט דאנערשטאג נצבים-וילך


שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל פון הגה"צ אב"ד באבוב-45 שליט"א בן לבנו הרה"ג רבי בנציון רובין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד אולם שליט"א, די שמחה קומט פאר אין די כתר צירל זאל אין בארא פארק.

שמחת הבר מצוה פון הבחור בן כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא ירושלים שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מבאסטאן שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד סאדיגורא אין ירושלים.

היינט קומט פאהר די 'מעמד הכתרה' לכבוד די התמנות פון הגה"צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א וועלכע איז אויפגענומען געווארן אלס רב קהלת נייטרא אין וויליאמסבורג, עס קומט פאהר אין זאל 'כתר צבי' אין שפיץ פון אדמור"י ורבני העיר שליט"א.

מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א קומט היינט אן צום שטאט אלעד אויפצונעמען קהל חסידיו.

כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו שליט"א פון ב"פ קומט היינט אן צוגאסט קיין ניו יארק, וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן דורכאויס דעם ירח האיתנים בקרב חסידיו.


כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א קומט היינט אן צום שטאט מאנסי אויפצונעמען דעם ציבור לקראת די ימים נוראים אין שטוב פון הר"ר איסר ראטה הי"ו.


כ"ק אדמו"ר מקוסוב ויזניץ שליט"א וועלכער האט זיך אויפגעהאלטן די לעצטערע זומער וואכן אין די קאנטרי אין אמעריקע, קומט היינט אן צוריק למעון קדשו אין בית שמש.

די יערליכע מסיבה אין בארא פארק לטובת החזקת הישיבה "ישיבה דמאנסי" מיסודו פון הגאון האדיר ר' משה גרין זצ"ל, אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים ראובן בויער הי"ו, וואו הגה"צ ר' שלום גרין שליט"א ראש הישיבה וועט אויפטרעטן מיט דברי הכנה צו די הייליגע טעג.

היינט געפאלט די ערשטע יארצייט פון הרבנית הצדיקת מיאוואזשנא ע"ה - בעלה כ"ק גאב"ד יאוואזשנא שליט"א וועט ארויפגיין צום קבר אין קרית יואל און פארנאכט'ס אפרעכטן די יארצייט סעודה אין ביהמ"ד יאוואזשנא אין וויליאמסבורג.


היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"צ ר' שלום הורוויץ זצ"ל אדמו"ר מבייטש – א יארצייט סעודה קומט פאהר אין בייטש'ע ביהמ"ד אין בארא פארק.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרבנית הצדיקת מטאהש ע"ה, מחברתו הטהורה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש זי"ע, איר זון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א וועט פראווענען א מסיבת לחיים נאכן דאווענען.