1/4
  • RDN online

כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א באזוכט ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א‎

היינטיגן דארנעשטאג ביינאכט נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א האט זיך באטייליגט ביים שמחת הבר מצוה לבן אחיו האדמו"ר מירושלים, איז דער רבי שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. דער רב שליט"א האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א ביתרת הכבוד און געזאגט: "כ'האב געהאט א באזונדערע חביבות צו אייער פאטער זצ"ל". דערנאך האט זיך פארצויגן א שמועס פון עטליכע מינוט בסיפורי צדיקים. ביים זיך וואונטשן 'לחיים' האט דער רב שליט"א געוואונטשן פאר'ן נייעם רבי'ן, אז 'אלע ברכות וואס ער וועט בענטשן יודן און די עצות וואס ער וועט מייעץ זיין דעם ציבור, זאלן מקוים ווערן". נאכ'ן באזוך זענען די צוויי רבי'ס געבליבן פארשפארט פאר פופצן מינוט. דערנאך האט דער רב שליט"א- אין א זעלטענע ערשיינונג - ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז צו די קאר.