1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט זונטאג כי תבא



שמחת החתן מאהל פון החתן בן הרב חיים מאיר ברוינשטיין שליט"א בן הגה"צ ר' שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א ראש הכולל וויזניץ מאנסי וחתן הגה"צ ר' שלמה פנחס מאלבוצקי שליט"א אב"ד סלאנים מאנסי, מיט די כלה בת הרה"צ ר' ישראל האגער שליט"א, בן הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל וחתן הגה"צ אבד"ק פאלטישאן שליט"א - אין וויזניצע בית המדרש אין בארא פארק. אזוי אויך וועט דארט געפראוועט ווערן די שמחת הוואכנאכט פון א דאפלטע אור אייניקל ביי הגה"צ בעל אור שלום מוויזניץ זצ"ל, בן הנולד ביי הרב אהרן פיש שליט"א, זון פון הגה"צ ר' יעקב יוסף פיש שליט"א, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א משב"ק כ"ק אדמו"ר בעל תורת מרדכי מוויזניץ זצ"ל.

היינט קומט פאר די צענטראלע שבע ברכות פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א אין ביהמ"ד דאראג אין בארא פארק.

שמחת החתונה פון החתן אן אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א, בן לנכדו הרה"ג רבי חיים שמואל געשטעטנער שליט"א אב"ד טשאקאווא ברכפלד, בן חתנו הגה"צ רבי שלמה געשטעטנער שליט"א אב"ד שכונת גבעת משה אין ירושלים, וחתן כ"ק אדמו"ר מספינקא ירושלים שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ רבי אפרים יחזקאל פאנעט זצ"ל מדעעש, די שמחה קומט פאר אין די זאלן פון מלון בני ברק.


שמחת התנאים פון החתן בן הגה"צ רבי ישכר בערצ'י לייפער שליט"א מנאדבורנא פ"ת בן כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא טעמשוואר זי"ע וחתן כ"ק אדמו"ר מבערגסאז זי"ע עם בת הרה"ג ר' ישראל צבי געשטטנער שליט"א בן הגה"צ רבי יודל געשטטנער שליט"א בן הגה"צ רבי נתן גשטטנר בעל ה"להורות נתן" זצוק"ל  וחתן כקש"ת הגה"צ רבי יהוסף חיים שיינפעלד שליט"א מקאסאן גאב"ד קרית הרצוג בבית המחותן באלעד.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי כ"ק אדמו"ר משאץ אנטווערפן שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' יודא אליעזר יונגער שליט"א רב דקהל יראים מאנסי, מיט די כלה א טאכטער ביי הגה"צ ר' הערשיל דירנפעלד שליט"א, יונגסטע איידעם ביי הגה"צ ר' בנימין ראבינאוויטש זצ"ל אבד"ק משכנות הרועים וחבר הביד"ץ העדה החרדית.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב בצלאל יאיר האלפערט שליט"א, זון פון הגה"צ ר' מאיר האלפערט שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר זצ"ל בעל אמרי מנחם, און איידעם ביי הגה"צ ר' עקיבא סופר שליט"א אבד"ק ערלוי בני ברק, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב יוסף מענדיל האגער שליט"א מזאבלטוב.

עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פונעם חתן א זון ביי הרב אברהם גראס שליט"א אב"ד אורחות חיים, זון פון הגה"צ ר' מרדכי יודא גראס שליט"א אב"ד טאב, און איידעם ביי הגה"צ ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן, מיט די כלה א טאכטער ביי הרב מענדיל געלדצעהלער שליט"א, זון פון הגה"צ ר' דניאל געלדצעהלער שליט"א ראש ישיבת אור ישראל, און איידעם ביי הגה"צ ר' שמחה בונם פישער שליט"א ממאטערסדארף.

היינט קומט פאר די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע בנין הישיבה גדולה וויזניץ וועלכע געפונט זיך אין שטאט נייעק, אינאיינעם מיט די שמחת השבע ברכות בבית וויזניץ - קאסאני - ביקסאד. די מעמד קומט פאר אין די זאל'ן פון אטריום פלאזא אין מאנסי.


כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון ירושלים וועלכע וויילט די טעג אין לעיקוואד וועט היינט אויפנעמען דעם ציבור אין שטוב פון ר' אהרן יעקב וויזל הי"ו.

היינט קומט פאר די א מעמד קבלת פנים אין ביהמ"ד אמשינאוו אין בארא פארק לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בי"ש שליט"א, וועלכער איז געקומען צוגאסט לרגל א משפחה שמחה.


סעודת הילולא לזכרו פון הגה"צ ר' יחיאל טויבער זצ"ל אבד"ק וראש הכולל מכון להוראה, אינאיינעם מיט די מעמד חלוקת פרסים פאר די אברכים מצויינים אין כולל מכון להוראה, עס קומט פאר אין די מיטאג שעה'ן אין זאל פון ביהמ"ד מכון להוראה אין מאנסי.


ניחום אבלים: ביי די קינדער פון הגה"צ רבי אברהם יוסף ראזענבלום זצ"ל ראש ישיבת שערי יושר, זיצן שבעה צו די פטירה פון אמם הרבנית ראזענבלום ע"ה, אין איר שטוב אין בארא פארק.

ברוך דיין האמת: ערב שב"ק נאכמיטאג איז נפטר געווארן הרבנית הצדיקת הענדיל מאסקאוויטש ע"ה, אשת חבר פון הגה"צ ר' יהושע העשיל מאסקאוויטש שליט"א וועלכער איז נארוואס געקרוינט געווארן אלס אדמו"ר משאץ מאנטריאל, נאכן פטירה פון זיין פאטער כ"ק אדמו"ר משאץ מאנטריאל זצ"ל פארלאפענעם שב"ק שופטים. די רעבעצין ע"ה איז געווען א טאכטער פון הגה"צ ר' ישעי' שנעעבאלג זצ"ל אבד"ק בני ראם וחבר הבד"ץ בעלזא, א שוועסטער מיט כ"ק האדמורי"ם מזידטשויב ב"ב און באר שבע, ראזלא פון וומס"ב שליט"א, הרבנית מתולדות אברהם יצחק און הרבנית מראחוב תליט"א, אין עלטער פון 55 יאר, אינעם טאג וואס איר מאן דער רבי שליט"א איז אויפגעשטאנען פון די שבעה נאך זיין פאטער. די לוויה איז פארגעקומען נעכטן נאכט מוצאי שב"ק פון בעלזא בית המדרש אין מאנטריאל און וועט היינט ארויסגיין 12 אזייגער פארנט פון ביהמ"ד זידיטשוב אין בארא פארק. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.

היינט נאכט י"א אלול געפאלט די הילולא קדישא פון די צוויי ברידער הרה"ק ר' שלום יוסף און הרה"ק ר' אברהם יעקב מסאדיגורא זי"ע - כ"ק האדמורי"ם מבאיאן און סאדיגורא שליט"א וועלן אפרעכטן די יארצייט טישן בבית מדרשם.


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' יצחק מבוהוש זצ"ל און הרה"ק ר' משה לייב מפאשקאן זצ"ל – כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בבית מדרשו אין בני ברק.


האדמו"ר מלעלוב ארה"ב יערוך הערב את שולחנו לרגל היארצייט של אמו הרבנית ע"ה בבית מדרשו בב"ב.