1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט דאנערשטאג ראה


מעמד 'עצרת זכרון' שטייענדיג נאך די פטירה פון הגה"צ ר' אליעזר דוד פריעדמאן זצ"ל רב דחסידי מאחנובקא בעלזא אין לאנדאן, ומזקני התלמידים פון הרה"ק בעל אמרי חיים מוויזניץ זי"ע, וואו עס וועלן אויפטרעטן צווישן די תלמידים פונעם רב זצ"ל – אין ביהמ"ד הגדול וויזניץ אין מאנסי.

מעמד הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צום בית המדרש "קהל בית אשר מרדכי ד'חאליוב" אין מאנסי, נדבת הרה"ח ר' שמעי' סאלאמאן שליט"א. די סעודה לגומרה של תורה קומט פאר אין זאל פון פאפא תלמוד תורה אין מאנסי.


ניחום אבלים: ביי די די קינדער פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורה זצ"ל זיצן שבעה אין שטוב פון רבי'ן זצ"ל העכער ביהמ"ד הגדול אויף רחוב גוטמאכער אין בני ברק.

ניחום אבלים: כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א זיצט שבעה צו די פטירה פון אביו הרה"ח ר' עובדיה יודקאווסקי זצ"ל, אין זיין שטוב אין ירושלים.

ניחום אבלים: כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א זיצט שבעה צו די פטירה פון אחותו הרבנית אייזיקאוויטש ע"ה, אין זיין שטוב אין ירושלים.

היינט געפאלט די ערשטע יארצייט פון כ"ק אדמו"ר מקאליש זצ"ל, בניו כ"ק אדמורי"ם שליט"א וועלן אפרעכטן א סעודת הילולא אין ביהמ"ד אין פלעטבוש, און ארויפגיין צום ציון הק' אין ביה"ח אין מאנסי.

היינט געפאלט די יארצייט פון הגה"ק דער סטייפלער גאון זצ"ל בעל קהילת יעקב, בנו הגר"ח קנייבסקי שליט"א וועט ארויפגיין צום ציון הק' אין ביה"ח זכרון מאיר אין בני ברק.

שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א בן בנו הגדול הרב אהרן מאיר פארטוגאל שליט"א חתן הגה"צ ר' שלמה אליעזר ברוינשטיין שליט"א ראש הכולל וויזניץ מאנסי - אין סטאלינע זאל אין מאנסי.

שמחת הבר מצוה פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מנייטרא שליט"א בן לחתנו הרב משה שמואל האניג שליט"א בן הרה"ח ר' יעקב האניג שליט"א - אין טערצאלע זאל אין מאנסי.

שמחת פדיון הבן פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאסוב שליט"א, אייניקל ביים זון הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאסוב-בארא פארק חתן הגה"צ ר' שלום אליעזר טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר-15, בן הנולד ביי הרב אהרן משה טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ ר' יצחק אלעזר טייטלבוים שליט"א, בן הגה"צ אבד"ק נעפלעמיץ שליט"א חתן הגה"צ ר' ישראל יעקב לייפער שליט"א אדמו"ר מחוסט - אין סקווירא זאל אין בארא פארק.

שמחת השבע ברכות בבית וויזניץ-קיימישא - ראחמיסטריווקא – ביקסאד: אין היכל הישיבה גדולה אין קרית וויזניץ, קייאמישא לעיק.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ-לונדון שליט"א קומט היינט אן קיין ניו יארק צו וויילן ביי חותנו כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש אין טשעסטנאט רידזש ווי דער רבי שליט"א וויילט אויף אפרוה.



ברוך דיין האמת: אין בארא פארק איז נפטר געווארן הרבנית רעכיל אייזיקאוויטש ע"ה, אלמנת הגה"צ ר' שלום אייזיקאוויטש זצ"ל און טאכטער פון כ"ק אדמו"ר ר' יעקב האלבערשטאם זצ"ל מטשאקאווא, שוועסטער פון להבחל"ח כ"ק אדמו"ר מטשאקאווא שליט"א פון ירושלים. די רעבעצין ע"ה האט איבערגעלאזט א דור ישרים יבורך און צווישן אירע איידימער ציילן זיך: כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א און הגה"צ אבד"ק נאסויד שליט"א.