1/4
  • RDN online

טעגליכע נייעס באריכט מאנטאג כי תצא



היינט קומט פאהר די מעמד 'חנוכת הבית' פון די נייע ביהמ"ד אמשינאוו אין רמה ד' געגענט אין בית שמש, וועלכע וועט שטיין בנשיאות כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בי"ש שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו-ב"פ זצ"ל


כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואכן אין פראנקרייך אויף אפרוה, קערט זיך היינט צוריק למעונו אין אנטווערפן.

כ"ק אדמו"ר מביאלה שליט"א איז אנגעקומען צום שטאט 'מעלה עמוס' וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אויף אפרוה די קומענדיגע וואכן.

כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע וואכן אין קרית פאפא, קערט זיך היינט צוריק למעונו אין וומסב"ג.

כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע טעג אין מושב בית מתתיהו אויף אפרוה קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בני ברק.

כ"ק אדמו"ר מדעעש-בני ברק שליט"א קומט היינט אן צוגאסט קיין ניו יורק לכבוד די חתונה פון אן אייניקל.

כ"ק אדמו"ר מדזיקוב-וויזניץ שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן אין צפת אויף אפרוה קערט זיך היינט צוריק למעונו אין בית שמש.

כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ספינקא שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן די פארלאפענע זוממער וואכן אין קרית יואל, קערט זיך היינט צוריק למעונו אין וויליאמסבורג.


ניחום אבלים: הגה"צ ר' משה וואלפסאן שליט"א רב דקהל אמונת ישראל און משגיח אין תורה ודעת, זיצט שבעה בביתו נאוה קודש אין בארא פארק, צו די פטירה פון זיין רעבעצין ע"ה.

ניחום אבלים: צו די פטירה פון כ"ק אדמו"ר משאץ זצ"ל פון מונטריאל, זיצן שבעה די קינדער בביתו אין מונטריאל. אויך זיצן שבעה די קינדער היינט מאנטאג אין מאנסי 149 מעיפעל און מארגען אין בארא פארק 5442 14.

שמחת בית דאראג: שמחת החתונה פון דאפעלטע אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א החתן בן לבנו בכורו הרה"צ ר' צבי אשר ראזענפעלד שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מקארלין-לעלוב זצ"ל, מיט הכלה בת לחתנו הרה"צ ר' מרדכי קליין שליט"א מווארשעהעלי, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול דאראג אין בני ברק.


שמחת התנאים לב"ר יונה ויינברג נכד האריה שאג מצאנז זמיגראד עם ב"ר יצחק אייזיק כהנא ב"ר משה נחמן מספינקא וחתן ראחוב זצ"ל באולם בעלזא ברח' יצחק נסים בב"ב

שמחת בית סטריזוב - ראב"ד סאטמאר: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הגה"צ ר' לייבוש הורוויץ שליט"א, בן  כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, וחתן הרה"ג ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א, מיט הכלה בת הגה"צ ר' מאיר יוסף משה גראס שליט"א, בן הגה"צ ר' אלי' גראס שליט"א, נכד הרה"ק ר' ישעי'לע קערעסטירע'ר זי"ע, וחתן הגה"צ ר' יעקב הערש פריעדמאן שליט"א, בן הגה"צ ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א ראב"ד סאטמאר.

שמחת בית קארלסבורג: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון אן אור אייניקל כ"ק בעל עמק התשובה קארלסבורג שליט"א, החתן בן הגה"צ ר' יואל ראטה שליט"א ראש ישיבת תפארת התורה ברסלב, בן הגה"צ ר' משה ראטה שליט"א רב הצעיר ד'קארלסבורג, וחתן הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען, מיט הכלה בת הרה"ג מרדכי אינדיג שליט"א מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג.

שמחת בית בית יצחק ספינקא - מאדא: עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"ג יצחק אייזיק כהנא שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מספינקא קרית יואל זצ"ל, מיט הכלה נכדת  כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, חתן הגה"צ ר' אהרן מרדכי רוטנער שליט"א, בת לבנו הרה"ג אשר יונה הורוויץ שליט"א, חתן הגה"צ ר' מנחם דוב הלוי בעק שליט"א אבד"ק מאדא.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' דוד צבי שלמה מלעלוב זצ"ל


היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' דוד צבי שלמה מלעלוב זי"ע. אין אלע לעלוב'ע צענטערן קומען פאר יארצייט סעודות לכבוד די יארצייט. כ"ק אדמו"ר מלעלוב-צפניה שליט"א וועט אפרעכטן א טיש בבית מדרשו אין ביתר.