1/4

טעגליכע נייעס באריכט מיטוואך שלח


לקיים בנו חכמי ישראל: דער ציבור ווערט געבעטן מתפלל צו זיין לרפואת הגאון רבי דוד פיינשטיין שליט"א ראש ישיבת תפארת ירושלים, וועלכע געפונט זיך אין א קריטישע צושטאנד און איז זקוק לרחמי שמים מרובים: מרן דוד בן שומא לרפו"ש.


די מסע הלויה פון כ"ק אדמו"ר מדברי אמונה מאנסי זצ"ל וועט ארויסגיין 7:00 אין חצר פון ביהמ"ד תולדות אברהם יצחק אין ירושלים אויפן וועג צום הר הזתים ווי ער וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צום ציון הק' פון אביו הק' זי"ע.

תושבי וויליאמסבורג וועלן זיך היינט צוזאמנעמען ביים גרויסארטיגע 'עצרת הספד רבתי' לזכרו הבהיר פון כ"ק הגה"צ גאב"ד שאפראן זצ"ל אין די זאלן פון עידן פאלאס בראשות גדולי רבני העיר שליט"א וועלכע וועלן אויפטרעטן צווישן אנדערע: כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א, כ"ק אדמו"ר מהאראדענקא שליט"א, כ"ק גאב"ד טענקא שליט"א, כ"ק גאב"ד יאוואשנא שליט"א

הנהלת מוסדות פאפא האט היינט פאררופן א וויכטיגע אסיפת חינוך "דורותינו" פאר אלע עלטערן פון מוסדות פאפא איבער גרעיטער ניו יורק - אין ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג בראשות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א וועלכע וועט אויפטרעטן מיט דברות קודש. דערביי וועט פארקומען א 'מעמד הודאה וצעקה' וואו מען וועט אינאיינעם מתפלל זיין על כל צרה שלא תבא אין די יעצטיגע זוממער-וואכן.

היינט נאכט בשעה 10 אזייגער, וועט געפראוועט ווערן די גרויסארטיגע 'מעמד קבלת פנים' לכבודו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א מב"פ וועלכע איז אנגעקומען קיין ניו יארק צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת – אין אמשינאוו'ער ביהמ"ד אין בארא פארק.

שמחת הבר מצוה פון אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקארלין-סטאלין שליט"א בן לחתנו הרב משה וויליגער שליט"א בן הגה"צ ר' לייבל שליט"א - אין ביהמ"ד הגדול קארלין אין גבעת זאב, בלויז מיט די באטיילעגונג פון די חסידים וואס וואוינען אין גבעת זאב. סעודת עניים פון החתן אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, בן הרה"ג ר' מאיר יוסף רובין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מסוליצא שליט"א חתן הרה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א – בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.

שמחת התנאים פון החתן בן הרב מנחם מענדיל האראנטשיק שליט"א בן הגה"צ ר' חיים אליעזר האראנטשיק זצ"ל מלעלוב וחתן כ"ק אדמו"ר מטעמעשוואר נדבורנא פתח תקוה זצ"ל, מיט די כלה בת הרב אברהם חיים בעק שליט"א בן הרה"ח הנגיד ר' אפרים זלמן בעק שליט"א פון שווייץ - אין ברסלב'ער זאל אויף רחוב שלמה המלך אין בני ברק.


עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען-וומסב"ג, מיט די כלה אייניקל ביי הגה"צר' יהושע ראזענבערגערשליט"א חבר הבד"ץ עדה"ח בת לחתנו הרב מנשה פרץ וואגשאהל שליט"א בן הגה"צ ר' ישראל מענדל שליט"א מלאנצהוט-מאנסי.

די ניינצטנטע יארצייט פון הגה"צ ר' ברוך שמעון שניאורסאהן זצ"ל ראש ישיבת כוכב מיעקב טשעבין בעל ברכת שמעון. די תלמידי הישיבה און פילאצאליגע תלמידים און מעריצים גייען ארויף צום ציון הק' אויפן הר המנוחות. פארנאכטס וועט פארקומען די צענטראלע יארצייט סעודה אין היכל ישיבת טשעבין אין ירושלים.


לכבוד די יומא דהילולא פון הרה"ק ר' דוב בעריש מביאלה זצ"ל וועט כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א אפרעכטן א יארצייט טיש אינאיינעם מיט די כינוס השנתי פאר 'כלל בחורי אלכסנדר' – אין זאל כליל מלכות אין בני ברק.

היינט געפאלט די יארצייט פון התנא האלוקי רבי יונתן בן עוזיאל - פילע יודן שטארמען צום ציון הק' אין עמוקב וועלכע איז באקאנט אלסא מקום מסוגל לישועות ובפרט לשידוכים.


היינט געפאלט די יארצייט פון ר' ישמעאל כהן גדול - פילע יודן וועלן ארויפגיין צום ציון הק' אין 'כפר דרוזי סאגו'ר', צפון אר"י.


ניחום אבלים: די ברודער כ"ק האדמורי"ם מתולדות אברהם יצחק און תולדות אהרן שליט"א וועלן זיצן שבעה צוזאמען היינט נאכט, בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א - רחוב חברה ש"ס 4 אין מאה שערים.