1/4

טעגליכע נייעס באריכט ערב יום טוב שבועות


פילע אידן וויילן אויף יום טוב אין שטאט מעזיבוזש סמוך ונראה צום ציון הק' פונעם אור שבעת הימים הבעש"ט הק' זיע"א, לרגל די יארצייט וואס געפאלט שבועות, אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנטריאל געפינט זיך דארט מיט א קליינע קבוצה חסידים.

כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון לאנדאן וועט וויילן אויף יו"ט שבועות אין שטאט מאנסי אינאיינעם מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א פון מאנסי. די אכסניא איז אין שטוב פון הרבני החסיד ר' יעקב יהושע פיש הי"ו. 

באבוב-45: די ערשטע טאג שבועות וועט פארקומען א מעמד הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צו ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין בארא פארק, נדבת הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א לע"נ חותנו הרה"ק מבאבוב זי"ע. 

תולעת יעקב: כ"ק אדמו"ר מתולעת יעקב הרה"צ ר' יחזקאל שרגא מערץ שליט"א וועלכע וואוינט אין קרית טאהש איז אנגעקומען קיין ווילימסבורג, ווי דער רבי שליט"א וועט פראווענען דעם יו"ט שבועות בקרב עדת צאן מרעיתו, צום ערשטן מאל נאכ'ן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת.

דעם יום טוב שבועות די ערשטע טאג קומט פאר די מעמד הכנסת ספר תורה צום סאטמאר'ע בית המדרש "בית מנחם צבי" אויף וואלאבאוט אין וויליאמסבורג, נדבת הרב החסיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו.

שבת אויפרוף: שמחת בית ראחמיסטריווקא: שמחת האויפרוף פון החתן יונגסטן זון ביי הגה"צ ר' דוד משה טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ ר' פנחס שלום אייכענשטיין שליט"א אב"ד חודרוב שיקאגא בן כ"ק אדמו"ר מזידטשויב שיקאגא שליט"א וחתן הגה"צ ר' אלי' שטערנבוך זצ"ל ראב"ד אנטווערפן – אין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אין בארא פארק.

שמחת בית סאטמאר: שמחת האויפרוף פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א החתן בן לבנו בכורו הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אבד"ק סאטמאר ירושלים, מיט די כלה בת הרב יואל טייטלבוים שליט"א אב"ד תפארת מרדכי בן הגה"צ ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אבד"ק בית אהרן וחתן הגה"צ ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א אבד"ק פאיע וחבר הביד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר – אין ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר אויף ראדני סטריט אין וויליאמסבורג. מוצ"ש וועט פארקומען די פארשפיל ברוב עם.

שמחת בית ברעזאן - טשערנאביל - ויזניץ: שמחת האויפרוף פון החתן בן כ"ק אדמו"ר מברעזאן שליט"א בן הגה"צ גאב"ד ראדאמישלא רמות שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ ר' יצחק ישעי' האגער שליט"א בן מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים זצ"ל - טשערנאביל'ע בית המדרש אין בני ברק, מוצש"ק וועט פארקומען די שמחת הפארשפיל בחצר הקודש ויזניץ, ביים טיש נעילת החג אין ביהמ"ד הגדול אין קרית ויזניץ בני ברק.

שמחת בית קאסאן - דעעש - אוהעל: שמחת האויפרוף פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א החתן בן הרב אלטר יוסף פאנעט שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדעעש-ב"ב שליט"א, מיט די כלה בת הגה"צ ר' משה וואלף מייזליש שליט"א אבד"ק אוהעל מאנסי - אין ביהמ"ד קאסאן אין בארא פארק, אין שפיץ פונעם זיידן כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א וועלכע וויילט אויף יו"ט אין בארא פארק לכבוד די שמחה.

שמחת בית סקולען: שמחת האויפרוף פון החתן בן הגה"צ ר' שמואל מרדכי פארטוגאל שליט"א אבד"ק סקולען ב"פ וחתן הגה"צ ר' בערל שטערן שליט"א אבד"ק סקולען ב"ב, מיט די כלה בת הרב יעקב זעהוואלד שליט"א בן הגה"צ אבד"ק אלטשטאט זצ"ל - אין סקולענ'ע בית המדרש אין בני ברק

באבוב-45 - דינוב: שמחת האויפרוף פון החתן בן הרה"ג ר' בנציון משה האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ אבד"ק פאקשעוויץ-טשענסקאוויטש שליט"א חתן הגה"צ אב"ד טעטש-ב"פ זצ"ל מיט הכלה נכדת הגה"צ אבד"ק באבוב-45 שליט"א בת לבנו הגה"צ אב"ד באבוב מאנסי שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מדינוב שליט"א, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול באבוב-45 אין בארא פארק.

שאץ מאנטריאל - יאקע:  שבת עלייה לתורה פון החתן בן הגה"צ אב"ד יאקא שליט"א פון בארא פארק חתן הגה"צ ר' מרדכי יודא גראס שליט"א אב"ד טאב, מיט הכלה נכדת כ"ק אדמו"ר משאץ שליט"א פון מאנטריאל בת לחתנו הרה"ג ר' ישי שובקס שליט"א בן הגה"צ ר' חיים דוד שליט"א דומ"ץ בעלזא, אין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא. שלום זכר און קדישים: סאטמאר: דעם שב"ק קומט פאר פאר די שלום זכר פאר די אייניקליך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א בן לבנו הגה"צ ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א אב"ד סיגוט און בן לחתנו הרה"צ ר' יוסף רוקח, די שמחה קומט פאר אין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין קרית יואל. באבוב-45 - אלכסנדר: דעם שב"ק קומט פאר די שלום זכר פאר נכד כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א בן לבנו הרה"צ ר' שלום אונגאר שליט"א חתן כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר ב"פ שליט"א. שמחת בית פשעווארסק: שמחת הקידושא רבא פון אן אור אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, בת הנולג אצל נכדו הרב יחזקאל שרגא לייזער שליט"א בן בנו בכורו הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק לאנדאן - אין פשעווארסק'ע בית המדרש.

שמחת בית טשערנאביל: שמחת השלום זכר פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א, א זון ביי זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מראדוויל שליט"א - אין טשערנאביל'ע בית המדרש אין בארא פארק.