1/4

טעגליכע נייעס באריכט דינסטאג אמור


אנגעהויבן פון היינט דינסטאד וועט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) אנהייבן פארלערנען די סוגיא שיעורים אין בעפארברייטונג צו די 'קרעפל פשעטל' אויף יו"ט שבועות. דער רבי שליט"א וועט פארלערנען די שיעורים דורכ'ן טעלעפאן יעדן טאג 1:15 נאכמיטאג

היינט געפאלט די שלושים פון הרבנית הצדיקת מצאנז קלויזענבורג ע"ה, בנה כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג שליט"א וועט מאכן די סיום משניות אין אויפטרעטן מיט דברות קודש אויפן טעלעפאון.

היינט געפאלט די הילולא קדישא פון הרה"ק רבי נפתלי צבי מראפשיץ זי"ע, נכדיו כ"ק האדמו"רים שליט"א וועלן אפרעכטן א סעודת הילולא אויף א פריוואטע פארנעם.

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' יהודה צבי מסטרעטין זי"ע - נכדו כ"ק אדמו"ר מסטרעטין שליט"א וועט אפרעכטן די סעודת הילולא בביתו אין בארא פארק

היינט געפאלט די יארצייט פון הרה"ק ר' יצחק מראדוויל זי"ע בעל אור יצחק נכדו כ"ק אדמו"ר מראדוויל שליט"א וועט אפרעכטן א סעודת הילולא אויף א פריוואטע פארנעם.

ניחום אבלים ביי די קינדער פון הגה"צ ר' יחזקאל וואגשאהל זצ"ל מלאנצהוט, ביי אים אין שטוב אויף 13 און 43 אין בארא פארק ביז מארגען צופרי.




עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן בן הרב יעקב יוסף לעפלער  שליט"א, מיט די כלה בת הרה"ג ר' אפרים זלמן שטיינווארצעל שליט"א בן הגה"צ ר' משה דוד זצ"ל - ר"י באבוב וחתן כ"ק אדמו"ר מאסטראוו-קאלאשין-סידערהוירז שליט"א.