1/4

חשקת התורה ביים גאון רבי שאול‎

רעקארדירונגען וועלכע זענען פארעפנטליכט געווארן פון א שיעור וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן בתוככי הישיבה גדולה פני מננחם פאר די פילצאליגע חברים מקשיבים די תלמידי הישיבה המצויינים שיחיו זענען שטארק אויפגעכאפט געווארן דורך פילע פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע האבן זיך 'באלעקט די פינגער' מיט די מתיקות התורה פון די שיעורים. מען זעהט אויך די געוואלדיגע חביבות וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט צו יעדן תלמיד באזונדער און ווי ער לאזט זיך אראפ צו יעדן און בעט זיי זאלן אריין פרעגן אלעס וואס עס איז שווער. כמים הפנים לפנים זעהט מען אויך ווי די תלמידים זענען קשורים בעבותות אהבה צו זייער גרויסן ראש ישיבה שליט"א און קענען זיך נישט אוועק רייסן, אפילו ווען עס איז שוין צייט אהיים צו גיין און דער ראש ישיבה וויל שוין אריין גיין אין די אויטא לאזן די תלמידים נישט נאך, מען איז מקשה ומתרץ ומפלפל מיט א ריתחא דאורייתא און חביבות התורה