1/4

קרית באבוב-45 אין יוניאן, ניו דזורסי

די חרדישע וועלט נעמט אויף מיט פרייד איבער ערענסטע פלענער אין קהלת באבוב-45 אויפצועפענען א פרישע געגענט וואו היימישע משפחות וועלן קענען קויפן הייזער פאר ביליגע פרייזן און מיט דעם לינדערן די שווערע דירות-קריזיס וואס פלאגט דעם אלגעמיינעם ציבור אין ניו יורק. די נייע געגענט געפונט זיך אין יוניאן, ניו דזורסי וועלכע איז צען מינוט אוועק פון דעם נייעם חרדישן יושוב אין לינדען, ניו דזורסי וואס איז נתייסד געווארן מיט עטליכע יאר צוריק דורך כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א און וואקסט און בליהט לשם ולתפארת, מיט צענדליגע היימישע משפחות פון פארשידענע קהלות און גרייט זיך צו עפענען מוסדות התורה והחינוך אויף דעם קומענדיגן שנת הלימודים.

דעם מאנטאג קרח וועט פארקומען די 'מעמד היסוד' פון די נייע 'קרית באבוב-45' אין יוניאן, וואו עס וועלן אויסגעשמועסט ווערן די פלענער און דעטאלן ארום די נייע יושוב וועלכע שטייט בנשיאות כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א און אנטשפרעכט אהערצושטעלן ביליגע דירות פאר היימישע פאמילעס וואס זוכן צו געניסן א לעבנסשטייגער פון הרחבת הדעת ברוחניות ובגשמיות. ובשם ה' נעשה ונצליח.